Spacerownik
© 2022 warszawawajnberga.pl
MW Design
YI EN PL

מיעטשיסלאַוו ווײַנבערג־גאַס

הײַנטיקע ווײַנבערג־גאַס, פֿריער קאָרכמאַלנע־גאַס

אין מאַי 2021 האָט די נעמען-קאָמיסיע פֿון דער וואַרשעווער שטאָט-ראַט באַשלאָסן אָנצוגעבן דעם פֿראַגמענט קראָכמאַלנע־גאַס, וואָס פֿאַרבינדט זיך מיט כלאָדנע־גאַס, דעם נאָמען פֿון מיעטשיסלאַוו (משה) ווײַנבערג.

דאָס איז אַ נײַער, נאָכמלמהדיקער טייל פֿון דער קראָכמאַלנע־גאַס, וואָס האָט אַמאָל אױסגעזען גאָט אַנדערש. אין ווײַנבערגס קינדהײַט האָט די גאַס אין דער פּראָסטער ליניע פֿון מזרח אויף מעריבֿ צעשניטן די זשעלאַזנע־גאַס.

"טשאַרי" אין דער װײַנבערג־גאַס


מן־הסטם װאָלט פֿאַר װײַנבערגן געװען שװער זיך פֿאָרצושטעלן, װו איז די גאַס מיט זײַן נאָמען. פֿאַר דער מלחמה זענען דאָרטן געשטאַנען הײַזער: קראָכמאַלנע־גאַס 54 און כלאָדנע־גאַס 29. די פֿאַרענדערונג פֿון דער קראָכמאַלנע־גאַס אָנהײבנדיק פֿון זשעלאַזנע־גאַס ביזן װראָניאַ־גאַס איז געװען צוליב דער וואַקסנדיקער וואַרשעווער ברויז.

ראָג הײַנטיקער װײַנגערג־גאַס און כלאָדנע־גאַס שטײט אַ בנין, װעלכער האָט אַ מאָל צוגעצױגן דעם עולם מיט קאָלירטע פֿילם־פּלאַקאַטן אױף דעם פֿאַסאַד. דאָס איז געװען קינאָ "טשאַרי". צװישן בײדע װעלט־מלחמות האָט דאָרט געאַרבעט אַן אָפּעראַטאָר, װעלכער האָט געהײסן דאַמאַזי. די טאַשמעס האָבן זיך זײער אָפֿט געריסן און מע האָט געמוזט װאַרטן אױף דעם המשך. פֿרײלעכע צושױערס האָבן דעמלט געשריגן: "פּאַניע דאַמאַזי, פּושטשאַי פּאַן אָבראַזי" [הער דאַמאַזי, לאָז לױפֿן די בילדער].

לעאָפּאָלד טרימאַנד, אַ יאָר ייִנגער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר, דערמאָנט די כאַראַקטעריסטישע אַטמאָספֿער פֿונעם אַלטן קינאָ:

"דער אָרט איז געווען קלײן, שמוציק, פֿאַרשפּײט. "דער חמשך קומט"־שילד איז דערשינען אַלע פּאָר מינוט גראָד אין די סאַמע אינטערעסאַנסטע מאָמענטן. רעגן אױפֿן עקראַן, אַלטע, אױסגעטראָקנטעטע פֿילמטאַשמעס. אַזעלכע קינאָס זענען געװען װי אַן אוניװערסיטעט פֿאַר אונדזער דור. מיר האָבן אײַנגעזאַפּט דאָס װיסן װעגן לעבן, אידעאַלן, געבאָטן, װעגן עטיק און די זשעסטן. דאָוגלאַס פֿאַירבאַנקס און עדדי פּאָלאָ, האַרי פּיעל און טאָם מיקס האָבן באַשטימט אונדזערע פּרינציפּן אין דעמזעלביקן גראָד, װי ד'אַרטאַגנאַן, װיננעטו, טאָם שאַטטערהאַנד און פּאַן װאָלאָדיאָװסקי האָבן געפֿורעמט אונדזערע טאַטעס.

די הײַזער אין דער כלאָדנע־גאַס ראָג װײַנבערג־גאַס זענען די סאַמע עלטסטע בנינים אין דער שטאָט חגם זײ זעען נישט שײן אױס.

קראָכמאַלנע־גאַס אַמאָל לאַװענדאָװע־גאַס


פֿאַר דער צװײטער און אפֿילו פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז די קראָכמאַלנע־גאַס געװען אַ האַנדעלס־ און אינדוסטריע־גאַס. אַמאָל האָט זי געהײסן לאַװענדאָװאַ־גאַס, װאָס האָט געקענט האָבן שײכות מיט די בליענדיקע און שמעקענדיקע גאָרטנס. דעם נאָמען האָט מען געביטן אינעם 18־טן יאָרהונדערט צוליב אַ קראָכמאַל־פֿאַבריק.

ראָג זשעלאַזנע־גאַס ־ ד.ה. דער אָרט װו איז געבױרן געװאָרן משה װײַנבערג ־ איז געװען נענטער צו דעם אינדוסטריעלן טײל, צו די פֿאַבריקן און מאַגאַזינען, װאָס זענען געשטאַנען אױף דעם מערב־עק פֿון דער גאַס. אין דער קראָכמאַלנע־גאַס איז אױך געװען אַ װאַרשעװער ברױז, װעלכע איז געװען באַקאַנט אין דער גאַנצער רוסישער אימפּעריע. בײַ אָנהײב האָט די פֿירמע געהערט לודװיק סוכאָצקי, שפּעטער ־ אין דער העלפֿט פֿונעם 19־טן י''ה. האָבן בלאַזשײ האַבערבוש און יאַן הענריק קלאַװע געקױפֿט די ברױז. אין הױז נומער 92 איז געװען אַ יתומים־הױז, װאָס איז געגרינדט און געפֿירט געװאָרן פֿון יאַנוש קאָרטשאַקן און סטעפֿאַניאַ װילטשינסקאַן. דער בנין, װאָס איז געבױט געװאָרן אין די יאָרן 1911־,1912 איז ניצול געװאָרן בעת דער מלחמה. הײַט האָט ער אַן אַנדערן אַדרעס.

די הײַזער מיט נידעריקע נומערן האָבן געהערט צו דער האַנדלס־ספֿערע. מע האָט זײ געהאַלטן פֿאַר לאַגער פֿאַרן מאַרק אינעם מיראָװסקי־פּלאַץ. הײַטן איז דאָ אַ קלײנע אַלײ באַהאַלטן אין אַ פּאַרק צװישן מירקאָװסקע־האַלעס און גװאַרדיאַ װי אױך די הײַזער "הינטער דעם אײַזערנעם טױער".

פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט דאָס געביט, װוהין איז איבערגעזױגן די משפּחה װײַנבער געװען שרעקלעך און פֿאַרכאַפּנדיק אין אײנעם.

אין דער קראָכמאַלנע־גאַס איז געװען טומל און רעש. דורך די געעפֿנעטע פֿענצטער האָט מען אַרױסגעגאָסן פּאָמױעס, דרעק איז געפֿלאָסן אינעם רינסטאָק. עמעצער האָט געעפֿנט דאָס פֿענצטער און אַרױסגעװאָרפֿן מיסט. אױף דער גאַס זענען געװען אַ סך בעקערײַען, פֿון די קױמענס איז געגאַנגען דער רױך. שטאַלן האָבן צוגעצױגן רױעס פֿון פֿליגן. די גאַס האָט פּולסירט מיטן לעבן. די שוסטערס האָבן זיצינדיק פֿאַר אירע װאַרשטאַטן פֿאַרריכט אױף זײערע שוסטער־בענקלעך די שיך. די פֿרױען האָבן געװױגן זײערע קינדער זיצנדיק אױף די שטולפן און הױז־טרעפּן. שקצים־באַנדע איז נאָכגעגאַנגען נאָך אַ שטומען און אים נאָכגערופֿן: "אַ נאַר!" די װײַבער האָבן זיך געקריגט מיט זײערע מענער און די שכנים געפּרוװט צו לינדערן

־ דאָס איז אַ באַשרײַבונג פֿון דער קראָכמאַלנע־גאַס פֿון יצחל באַשעװיס זינגערן אין זײַן בוך "דער מאַיאָנטיק".באַשעװיס האָט געװױנט נישט װײַט פֿון דאַנען אין די יאָרן 1908 ־1917.

דירה אין דער קראָכמאַלנע־גאַס


פֿרילינג 1914 ־ דאָס הײסט צװײ טעג פֿאַרן אָנקומען פֿון דער משפּחה װײַנבערג קײן װאַרשע ־ האָט די משפּחה זינגער זיך איבערגעזױגן אין אַ גרעסערע און באַקװעמערע דירה:

פֿון קראָכמאַלנע 10 אױף קראָכמאַלנע 12. דאָס איז געװען אַ טיפּיש װאַרשעװער הױז מיט אַ פּאָר אינערלעכע הױפֿן. דאָס איז געװען אַ גאַנצע שטאָט. דער אַרײַנגאַנג צו אונז איז געװען אַ טונקלער און ס'האָט דאָרט אַלעמאָל געשמעקט מיט פֿריש געבעקס: ברױט, זעמל, בײגל, ־ װי אױך מיט קימל, רױך. קאָפּל בעקער האָט אױסגעלײגט אינדרױסן בעקער מיט טײגענע לעבנס ברױט צום טריקענען, אָדער צולים עפּעס אַן אַנדער צװעק. דאָ, אין נומער 12, זענען געװען צװײ חסידים־שטיבלעך, דאָס ראַדזימינער, דאָס מינסקער, און אַ שול פֿאַר מתנגדים פֿאַר אַ צוגאָב. עס האָט זיך דאָ געפֿונען אַ שטאַל װו קי זענען אַ גאַנץ יאָר געשטאַנען אַין דער פֿינצטער, צוגעבונדן מיט קײט צו די װענט. אין די קעלערן האָבן די אױבסט־העדלער פֿון מיראָװסקי־פּלאַץ געהאַלטן אױבסט. פֿורן פֿלעגן זיך דאָרט אָנפֿאָרן פֿון דער פּראָװינץ. דאָ האָט געשטורעמט מיט תורה, דאַװענען, האַנדל און מלאכה. קײן נאַפֿט־לאָמפּ האָט מען דאָרט נישט געזען פֿאַר די אױגן. דאָ זענען אפֿילו געװען שטובן מיט טעלעפֿאָנען.

־ דערמאָנט זיך אין זײַן אױטאָביאָגראַפֿיש בוך "דעם טאַטנס בית־דין" באַשעװיס זינגער. די באַקװעמקײטן אין דער דירה זענען געװען די גאַז־באַלױכטונג, אַ קיך מיט אַ צײלער פֿאַר מטבעות און אַן אײגנע באָד.

ווייַטער אָרט
banner

מאַפּע

אַנטדעקן נייַע ערטער אויף אונדזער ינטעראַקטיוו מאַפּע
די מאַפּע